ייִדיש־סוף־װאָך אין בראַנדײַס!

 

דעם 14טן ביזן 16טן מאַרץ אין בראַנדײַס־אוניװערסיטעט

 

ס׳איז מער נישט נאָר אַ מאַמע-לשון...

 

 

קענסט ייִדיש ?

קען דײַן באָבע ייִדיש ?

ביסט נײַגעריק זיך צו לערנען?

האָסט ליב צו הערן ווי אַנדערע רעדן אויף ייִדיש?

 

קום פֿאַרברענג אַ סוף־װאָך אין בראַנדײַס מיט אַנדערע ייִדיש־רעדערס און סטודענטן פֿון אַרום דער װעלטאַ גאַנצער סוף־װאָך פֿון װאַרשטאַטן, אַקטיװיטעטן און שפּילערײַ ,אַלץ אױף מאַמע־לשון!

 

אַרײַנגערעכנט:

 

 

לערנען : לערן זיך אױס װיכטיקע פֿראַזעס, אױסדריקן און אידיאָמען , מאַך אַ רושם אויף באָבע־זיידע ! נעם אָנטײל אין אַ לײעןקרײַז, און לײען אָדער הער זיך צו צו ייִדישע מעשׂיות פֿון באַרימטע שרײַבערס; און לערן זיך אױס דעם אַלף־בית , פּונקט אַזױ װי דער רבי האָט עס געלערנט אַפֿילו אױב קײַן פּריפּעטשיק האָט מען נישט.

 

מוזיק : מוצאי־שבת וועט זײַן אַ לאַגער־פֿײַער מיט אַ זינגערײַ , און עס וועלן אױך זײַן אַ סך אַנדערע געלעגנהייטן צו זינגען ייִדישע לידער , אָדער טאַנצן אַ פֿריילעכס מיט די בראַנדײַס־קלעזמער־מוזיקער ; און אויך, אַן איינמאָליקע געלעגנהייט זיך צו לערנען חסידישע זינגערײַ .

 

אַקטיװיזם : לערן זיך אויס װי אַזױ צו ווערן אַן אַקטיװיסט פֿאַר דער ייִדישער קולטור !רעד אַרום די ענינים , װאָס װירקן אױף דער ייִדישער יוגנט ; דערוויס זיך , װי אַזױ אַנטיסעמיטיזם װירקט אױף דײַן קהילה ,  און נעם אָנטײל אין  דיסקוסיעס

 

פֿילמען : קוק אויף ייִדישע פֿילמען פֿון אַמאָל און הײַנט , פֿון די אַלטע קלאַסיקער ביז דעם נײַ־דערשינענעם חסידישן פֿילם אַ געשעפֿט.”

 

 

טעאַטער : קוק זיך צו ווי יונגע אַקטיאָרן טרעטן אויף מיט סצענעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער ; נעם אָנטייל אין וואַרשטאַטן און שאַף דײַן אייגענע ייִדישע ראַדיאָ־פּיעסע , פּונקט ווי דזשיגאַן און שומאַכער!

 

 

ספּאָרט און שפּילן : האָסט זיך אַמאָל געפֿרעגט, ווי אַזוי מע זאָגט בייסבאָל אויף ייִדיש? קום שפּיל  הילקע־פּילקעמיט אונדז , און אפֿשר אויך ייִדיש־סקרעבל! 

 

שבת : זינג זמירות , הער זיך צו צו אַ שבת־שיעור וועגן דער פּרשה פֿון דער וואָך , און געניס אַ געשמאַקן גלאַט כּשרן מאָלצײַטאַלץ אויף ייִדיש!

 

 

 

מען װעט אײַנשטײן בײַ מענטשן פֿון דער בראַנדײַס ייִדישע  קהילה.

 

אַרײַנטריט: $18

 

 Shik a tshek tsu "Yugntruf" mit "Yiddish Break" in der memo-linye:
Yugntruf, 45 East 33rd Street, #203, New York, NY 10016, USA, (212) 889-0381

 

פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע , קלינגט אָן  5683־645־646

אָדער שרײַבט: yiddishbreak@gmail.com

רעגיסטריר זיך פֿאַרן ייִדיש־סוף־וואָך!